בס"ד
מיר ווילן דא קלאר שטעלן אז מיר האפן אי"ה זיך נישט צו באנוצן מיט די ווערטער
שואה
און אדער
האלעקואסט
Holocaust
בלע"ז
צוליב דעם וואס עס איז דירעקט באשאפן געווארן דורך די רשעי ישראל די ציונים צו אונטערשטרייכן אז עס איז געווען א בלויזע פאסירונג בדרך הטבע אז איין פאלק/ראסע האט זיך איבערוועלטיגט איבער א צווייטע, און זיי ווילן בכלל נישט זעהן דא אריינגעמישט קיין יד ה' און השגחה פרטית, וואס ווי מיר ווייסן שוין מען זאגט דאס יעדן טאג אין קריאת שמע און עס שטייט עטליכע מאל אין די תורה ובפרט אין פ' האזינו און די אנדערע תוכחה פסוקים אז א איד דארף שטענדיג נאך יעדע צרה אריינטראכטן צוליב וואס דאס איז געקומען און זעהן וואס מען דארף זיך צו פארבעסערן די מעשים אז דער אייבישטער זאל וועלן גוט'ס טוען מיט אונז בכלל, און בפרט זייענדיג אין דעם ביטערן גלות זאל ער אונז שוין קומען און אויסלייזן און עס הערשט נישט קיין נאטור אין טבע נאר אלעס איז בלויז יד ה', דאס איז אונזער קלארער מיינונג און מיר בעטן אז מען זאל אפילו נישט אנפרעגן אויף דעם ווייל מיר ספראווען זיך נישט מיט קיין אנטי אמונה סענטימענטן, יישר כחכם
די רעדאקאציע
דער סייט איז בעיקר אוועק געשטעלט אין אלע הינזיכטן לויט די צייטן פונעם קריג צ.ב.ש.
1) געגראפיש (צ.ב.ש. וויאזוי די לענדער האבן געהייסן דעמאלטס, די שטעט זענען לויט די דעמאלטדיגע אקופאציע
2) די חסיד'ישע הויפן און רבנישע קרייזן לויט וויאזוי זיי זענען דעמאלט געווען באקאנט
3) דער ארויסזאגן פון די אינפארמאציע (ד.ה. גראמאטיק א.ד.ג.) לויט דער דעמאלטדיגער הברה
עס וועט מעגליך זיין צו פארשטיין אי"ה די אלע ווערטער און אנדערע איינצלהייטן אין די בלעטער פון דעם ווערטער איבערזיכט טבלא (טאוול)
דער פראיעקט (נצח ישראל-מלחמה איבערלעבער) פון דעם להאיר סייט איז בעיקר אוועק געשטעלט אויף צווייטע וועלט מלחמה פאקטן און אינפארמאציע
פאר אנדערע עניינים ווי צ.ב.ש. 1) יחוס 2) קורות הדורות 3) סדר העולם א.ד.ג. איז דא אן עקסטערע קנעפל מיטן נאמען סדר העולם וואס וועט אי"ה מיט די צייט (האפענטליך ווי אמשנעלסטן ווערן אקטיוויזירט)
אזוי אויך וועט אי"ה ווי פריער אקטיוויזירט ווערן דער קנעפל פון עולם הספרים ווי איר וועט קענען שאפן ידיעות איבער ספרים און מחברים (אפילו די וואס זענען דירעקט פארבינדן מיט די צווייטע וועלט קריג)